עיצַאניצקַאװ 2020/21 רעטניװ · 2020. 9. 11. · 2020/21 רעטניװ– 3 –...

12
סָ ר װאַ אֿ בן און פָ ל זי האָ װער זא לוֿ פ ציעַ קצינאַ װא די2020/21 װינטער ר קינדערַ אֿ ציע פַ רמאָ אֿ ן אינפַ שליסט אײ נדערע אומשטענדןַ רױען אין אֿ אין פHelping to protect people, every winter Flu mmunisation

Upload: others

Post on 19-Jan-2021

4 views

Category:

Documents


0 download

TRANSCRIPT

Page 1: עיצַאניצקַאװ 2020/21 רעטניװ · 2020. 9. 11. · 2020/21 רעטניװ– 3 – עיצַאניצקַאװ־ולֿפ יד ולֿפ םרוג זיא סָאװ ןוא .ןעגנול

װער זאָל זי האָבן און פֿאַר װאָסװאַקצינאַציעפֿלו

דיװינטער 2020/21

שליסט אײַן אינפֿאָרמאַציע פֿאַר קינדער אין פֿרױען אין אַנדערע אומשטענדן

Helping to protect people, every winter

Flu mmunisation

Page 2: עיצַאניצקַאװ 2020/21 רעטניװ · 2020. 9. 11. · 2020/21 רעטניװ– 3 – עיצַאניצקַאװ־ולֿפ יד ולֿפ םרוג זיא סָאװ ןוא .ןעגנול

דאָס ביכל דערקלערט װי אַזױ איר קענט העלפֿן

צו באַשיצן זיך אַלײן און אײערע קינדער קעגן פֿלו דעם װינטער, און

פֿאַר װאָס עס איז זײער װיכטיק אַז מענטשן מיט אַ העכערער ריזיקע פֿון

פֿלו זאָלן האָבן זײער אומזיסטע װאַקצינאַציע

יעדעס יאָר.

װאָס איז פֿלו? צי דען איז ער נישט קײן שװער

פֿאַרקילעכץ?

פֿלו קומט פֿאָר יעדעס יאָר, געװײנטלעך אין װינטער, און דערפֿאַר טאַקע רופֿט מען אים אַמאָל סעזאָנאַלער פֿלו. עס איז אַ העכסט

אָנשטעקיקע קרענק מיט סימפּטאָמען װאָס באַװײַזן זיך זײער שנעל.

פֿאַרקילעכצן זענען גאָר נישט אַזױ ערנסט און הײבן זיך געװײנטלעך אָן בהדרגה מיט אַ פֿאַרשטאָפּטער אָדער רינענדיקער נאָז

אָדער אַ האַלדז־װײטיק. אַ שװערער פֿלו קען זײַן פֿיל ערגער װי אַ שװער פֿאַרקילעכץ.

די מערסט פֿאַרשפּרײטע סימפּטאָמען פֿון פֿלו זענען פֿיבער, קעלט אין די אברים, קאָפּװײטיק, װײטיקן אין די געלענקן און

מוסקלען און עקסטרעמע מידקײט. געזונטע מענטשן הײלן זיך געװײנטלעך

אױס במשך צװײ ביז זיבן טעג, אָבער פֿאַר אײניקע מענטשן קען די קרענק גורם זײַן האָספּיטאַליזאַציע, פּערמאַנענטע

באַגרעניצונגען אָדער אַפֿילו טױט, ר''ל.

Page 3: עיצַאניצקַאװ 2020/21 רעטניװ · 2020. 9. 11. · 2020/21 רעטניװ– 3 – עיצַאניצקַאװ־ולֿפ יד ולֿפ םרוג זיא סָאװ ןוא .ןעגנול

די פֿלו־װאַקצינאַציע – 3 – װינטער 2020/21

װאָס איז גורם פֿלו?

פֿלו װערט אַרױסגערופֿן פֿון אינפֿלוענציע־װירוסן װאָס אָנשטעקן די לופֿטרער און לונגען. און מחמת ער װערט אַרױסגערופֿן פֿון װירוסן און נישט קײן באַקטעריעס, קענען אַנטיביאָטיקן

אים נישט באַהאַנדלען. אױב עס זענען אָבער דאָ קאָמפּליקאַציעס פֿון קריגן פֿלו, קען זײַן נײטיק צו נעמען אַנטיביאָטיקן.

װי אַזױ כאַפּט מען פֿלו איבער?

װען אַן אָנגעשטעקער מענטש הוסט אָדער ניסט, פֿאַרשפּרײט ער ברײט דעם פֿלו־װירוס אין קלײניטשקע טראָפּנדלעך פֿון סלינע. אַנדערע

מענטשן קענען דאַן אײַנאָטעמען די טראָפּנדלעך אָדער קריגן זײ װען מען רירט אָן אײבערפֿלאַכן װאו די טראָפּנדלעך האָבן זיך אָפּגעזעצט.

איר קענט פֿאַרמײַדן די פֿאַרשפּרײטונג פֿונעם װירוס דורך באַדעקן זיך דאָס מױל און די נאָז װען איר הוסט אָדער ניסט, און איר זאָלט אָפֿט װאַשן די

הענט אָדער נוצן האַנט־זשעלן כּדי צו רעדוצירן די ריזיקע פֿון קריגן דעם װירוס.

אָבער דער בעסטער אופֿן צו פֿאַרמײַדן כאַפּן און פֿאַרשפּרײטן פֿלו איז דורך װערן װאַקצינירט אײדער דער פֿלו־סעזאָן הײבט זיך אָן.

װי אַזױ באַשיצן מיר קעגן פֿלו?

מען קען נישט פֿאָראױסזען װי פֿלו װעט זיך פֿירן. דער װאַקצין שטעלט צו די בעסטע באַשיצונג װאָס עס איז דאָ צו באַקומען קעגן אַ װירוס װאָס קען גורם זײַן אַ שװערע קראַנקײט.

די װירוסן װאָס זענען מערסט װאַרשײַנלעך גורם צו זײַן פֿלו זענען אידענטיפֿיצירט פֿאַר דעם פֿלו־סעזאָן און דערנאָך מאַכט מען װאַקצינען זײ זאָלן זיך פּאַסן צו די װירוסן אַזױ נאָנט װי נאָר

מעגלעך.

מען גיט די װאַקצינען אידעאַל אין האַרבסט אײדער פֿלו הײבט זיך אָן אַרומצודרײען. במשך די לעצטע צען יאָר האָט דער װאַקצין אין אַלגעמײן זיך גוט געפּאַסט צו די אַרומדרײענדיקע טיפּן.

װאָס פֿאַראַ שאָדן קען פֿלו אָנמאַכן?

מען מײנט אַ מאָל אַז אַ שװער פֿאַרקילעכץ איז אַ פֿלו, אָבער זײַן קראַנק מיט פֿלו קען אָפֿט זײַן פֿיל ערגער װי אַ פֿאַרקילעכץ און איר װעט מעגלעך דאַרפֿט ליגן אין בעט עטלעכע

טעג. אײניקע מענטשן זענען מער אױסגעשטעלט צו די װירקונגען פֿון פֿלו. פֿאַר זײ קען עס פֿאַרגרעסערן די ריזיקע פֿון קריגן ערנסטערע קראַנקײטן אַזױ װי בראָנכיט און לונגען־

אָנצינדונג, אָדער קען פֿאַרערגערן מעדיצינישע צושטאַנדן װאָס זײ האָבן שױן. אין די שװערסטע פֿאַלן קען פֿלו צוברענגען צו האָספּיטאַליזאַציע אָדער אַפֿילו טױט, ר''ל.

פֿלו־ װאַקצינען

העלפֿן צו באַשיצן קעגן די הױפּט

אַרומדרײענדיקע טיפּן פֿון פֿלו־

װירוס

Page 4: עיצַאניצקַאװ 2020/21 רעטניװ · 2020. 9. 11. · 2020/21 רעטניװ– 3 – עיצַאניצקַאװ־ולֿפ יד ולֿפ םרוג זיא סָאװ ןוא .ןעגנול

די פֿלו־װאַקצינאַציע – 4 – װינטער 2020/21

צי האָב איך אַ גרעסערע ריזיקע פֿון די פֿלו–װירקונגען?

פֿלו קען באַװירקן יעדן אײנעם, אָבער אױב איר האָט אַ לאַנג־טערמיניקן מעדיצינישן צושטאַנד, קענען די פֿלו־װירקונגען אים פֿאַרערגערן אַפֿילו אױב דער צושטאַנד איז אונטער קאָנטראָל און

איר פֿילט זיך געװײנטלעך גוט. איר זאָלט האָבן דעם אומזיסטן פֿלו־װאַקצין אױב איר׃

• זענט אַ פֿרױ אין אַנדערע אומשטענדן

אָדער האָט אַ לאַנג־טערמיניקן מעדיצינישן צושטאַנד אַזױ װיִ׃

• אַ האַרץ־פּראָבלעם

• אַ שטערונג אין דער ברוסט אָדער שװעריקײטן מיט אָטעמען, אַרײַנגערעכנט בראָנכיט, עמפֿיזעמע אָדער שװערע אַסטמע

• אַ נירן־קרענק

• אָפּגעשװאַכטע אימוניטעט צוליב אַ קראַנקײט אָדער מעדיצינישער באַהאַנדלונג )אַזױ װי סטעראָיד־מעדיקאַמענטן אָדער קענסער־באַהאַנדלונג(

• לעבער־קרענק

)TIA( אָדער אַ טרענזיענט איסקימיק אַטאַקע )stroke( איר האָט געהאַט אַ מוח־שלאַק •

• דיאַבעט

• אַ נעװראָלאָגישן צושטאַנד, צ.ב.ש. מאַלטיפּל סקלעראָז )MS(, צערעבראַלער פּאַראַליז

• אַ לערן־באַגרעניצונג

• אַ פּראָבלעם מיט דער מילץ )spleen(, צ.ב.ש. סיקל סעל קרענק, אָדער אײער מילץ איז כירורגיש אַרױסגעשניטן געװאָרן

• איר זענט שטאַרק איבערװאָגיק )BMI פֿון 40 אָדער העכער(

מענטשן אױף דער NHS רשימה פֿון באַשיצטע פּאַציענטן )NHS Shielded Patient List( פֿאַר קאָװיד־19 זענען אַלע באַרעכטיקט פֿאַר אַן אומזיסטן פֿלו־װאַקצין און עס איז גאָר װיכטיק

דאָס יאָר אַז זײ זאָלן אים קריגן.

די רשימה פֿון צושטאַנדן איז נישט דעפֿיניטיװ. עס איז תמיד אַן ענין פֿון קלינישן באַשלוס. אײער דאָקטער )GP( קען אײַך אָפּשאַצן צו נעמען אין באַטראַכט די ריזיקע אַז פֿלו קען

מעגלעך פֿאַרערגערן אַבי װעלכע קראַנקײט װאָס איר האָט שױן, װי אױך אײַער ריזיקע פֿון ערנסט קראַנק װערן מיט פֿלו גופֿא.

מיר װילן רעדוצירן די שאַנסן אַז די מענטשן װאָס זענען אױסגעשטעלט קראַנק צו װערן מיט

קאָװיד־19 זאָלן נישט אָנגעשטעקט װערן מיט קײן פֿלו.

Page 5: עיצַאניצקַאװ 2020/21 רעטניװ · 2020. 9. 11. · 2020/21 רעטניװ– 3 – עיצַאניצקַאװ־ולֿפ יד ולֿפ םרוג זיא סָאװ ןוא .ןעגנול

די פֿלו־װאַקצינאַציע – 5 – װינטער 2020/21

װער זאָל האָבן אַ פֿלו–װאַקצינאַציע?

אַלע מענטשן װאָס האָבן אַבי װעלכן מעדיצינישן צושטאַנד אױף זײַט 4 אָדער װאָס׃

• זענען 65 יאָר אַלט אָדער עלטער

• װאױנען אין אַ רעזידענץ־הײם אָדער מושב־זקנים

• זענען דער הױפּט אַכטונג־געבער פֿון אַן עלטערן מענטשן אָדער אַ מענטשן מיט באַגרעניצונגען

• זענען אַ הױזגעזינד־קאָנטאַקט פֿאַר עמעצן אױף דער NHS רשימה פֿון באַשיצטע פּאַציענטן

• זענען פֿראָנטליניע געזונטהײט אָדער סאָציאַלע באַזאָרגונג אַרבעטערס

• זענען מעוברת )זעט דעם קומענדיקן חלק(

• קינדער פֿון אַ געװיסן עלטער )זעט זײַט 7-8(

דאָס יאָר װעלן מער מענטשן אָנגעבאָטן װערן דעם אומזיסטן פֿלו־װאַקצין שפּעטער אין .nhs.uk/fluvaccine האַרבט. זיך צו לערנען װער עס איז אָנגעשלאָסן, באַקוקט

פֿאַר װאָס װערן הױזגעזינד–קאָנטאַקטן פֿון די װאָס זענען אױף דער NHS רשימה פֿון באַשיצטע פּאַציענטן אָנגעבאָטן פֿלו–

װאַקצין דאָס יאָר?

מיר װילן אַז די װאָס זענען צום מערסטן אױסגעשטעלט קראַנק צו װערן מיט קאָװיד־19 זאָלן בלײַבן געזונט דעם װינטער און מיר װילן נישט אַז זײ זאָלן איבערכאַפּן פֿלו. כּדי צו רעדוצירן די

שאַנס אַז אַ מענטש װאָס האָט אַ מעדיצינישן צושטאַנד זאָל איבערכאַפּן פֿלו פֿון זײַנע בני־בית, װעלן מיר זײ אױך אָנבאָטן דעם פֿלו־װאַקצין. אױב איר װאױנט מיט עמעצן װאָס איז אױף דער

NHS רשימה פֿון באַשיצטע פּאַציענטן, אָדער אױב איר װעט װאױנען אין דער זעלבער װאױנונג מיט זײ דאָס רוב טעג דעם װינטער, װאָס װעט מאַכן נאָנטן קאָנטאַקט אומפֿאַרמײַדלעך,

זאָלט איר בעטן אַן אונזיסטן פֿלו־װאַקצין.

דורך האָבן די װאַקצינאַציע, קענען הױזגעזינד־קאָנטאַקטן פֿון די באַשיצטע רעדוצירן זײערע שאַנסן פֿון קריגן פֿלו און אים פֿאַרשפּרײטן צו דעם מענטשן מיט אַ העכערער ריזיקע װאָס זײ

װאױנען מיט אים.

צי װעט דער פֿלו–װאַקצין מיך באַשיצן קעגן קאָװיד–19?

דער פֿלו־װאַקצין װעט אײַך נישט באַשיצן קעגן קאָװיד־19. אָבער ער װעט אײַך יאָ באַשיצן פֿון פֿלו, װאָס איז אַן אומאײַנגענעמע און פּאָטענציעל ערנסטע אינפֿעקציע װאָס קען גורם

זײַן קאָמפּליקאַציעס װעלכע קענען צוברענגען צו האָספּיטאַליזאַציע. העלפֿן צו באַשיצן קעגן פֿלו איז באַזונדערס װיכטיק בשעת קאָװיד־19 דרײט זיך אַרום, װײַל מענטשן װאָס

זענען אױסגעשטעלט קראַנק צו װערן מיט קאָװיד־19 האָבן אױך אַ העכערע ריזיקע פֿון קאָמפּליקאַציעס פֿון פֿלו.

Page 6: עיצַאניצקַאװ 2020/21 רעטניװ · 2020. 9. 11. · 2020/21 רעטניװ– 3 – עיצַאניצקַאװ־ולֿפ יד ולֿפ םרוג זיא סָאװ ןוא .ןעגנול

די פֿלו־װאַקצינאַציע – 6 – װינטער 2020/21

איך בין מעוברת. צי דאַרף איך אַ פֿלו–װאַקצינאַציע דאָס יאָר?

יאָ. אַלע פֿרױען אין אַנדערע אומשטענדן זאָלן קריגן דעם פֿלו־װאַקצין כּדי צו באַשיצן זיך אַלײן און זײערע עופֿעלעך. דער פֿלו־װאַקצין קען זיכערערהײט געגעבן װערן אַבי װען

אין דער שװאַנגערשאַפֿט, פֿון פֿאַרשװענגערונג און װײַטער.

פֿרױען אין אַנדערע אומשטענדן בענעפֿיטירן פֿון דעם פֿלו־װאַקצין װײַל ער װעט׃

• רעדוצירן זײער ריזיקע פֿון ערנסטע קאָמפּליקאַציעס אַזױ װי לונגען־אָנצינדונג, באַזונדערס אין די שפּעטערע

סטאַדיעס פֿון שװאַנגערשאַפֿט

• רעדוזיצן די ריזיקע פֿון מפּיל זײַן אָדער געבױרן אַ קינד פֿאַר דער צײַט אָדער מיט אַ נידעריקער געבורט־װאָג

• העלפֿן צו באַשיצן דאָס עופֿעלע װאָס װעט װײַטער האָבן אַ געװיסע מאָס אימוניטעט קעגן פֿלו במשך די ערשטע

עטלעכע חדשים פֿון לעבן

• רעדוצירן דעם שאַנס אַז די מוטער זאָל איבערגעבן אינפֿעקציע דאָס נײַגעבױרענע קינד

איך בין מעוברת און איך מײן אַז איך בין אפֿשר קראַנק מיט פֿלו. װאָס זאָל איך

טאָן?

אױב איר האָט פֿלו־סימפּטאָמען, זאָלט איר דרינגלעך רעדן מיט אײַער דאָקטער װײַל אױב איר זענט יאָ קראַנק

מיט פֿלו, איז דאָ אַ פֿאַרשריבענע רפֿואה װאָס קען אפֿשר העלפֿן )אָדער רעדוצירן די ריזיקע פֿון קאָמפּליקאַציעס(,

אָבער מען דאַרף זי נעמען װי אַמשנעלסטן נאָך דעם װאָס מען קריגט די סימפּטאָמען.

איר קענט באַקומען דעם אומזיסטן פֿלו–װאַקצין פֿון אײַער דאָקטער, אָדער איר קענט אים מעגלעך אױך

באַקומען פֿון אײַער אַפּטײקער אָדער אַקושערקע .)midwife(

די פֿלו־ װאַקצינאַציע פֿאַר

פֿרױען אין אַנדערע אומשטענדן

Page 7: עיצַאניצקַאװ 2020/21 רעטניװ · 2020. 9. 11. · 2020/21 רעטניװ– 3 – עיצַאניצקַאװ־ולֿפ יד ולֿפ םרוג זיא סָאװ ןוא .ןעגנול

די פֿלו־װאַקצינאַציע – 7 – װינטער 2020/21

איך האָב געהאַט די פֿלו–װאַקצינאַציע פֿאַראַיאָרן. צי דאַרף איך זי האָבן דאָס יאָר?

יאָ. דער פֿלו־װאַקצין פֿאַר יעדן װינטער העלפֿט צוצושטעלן באַשיצונג קעגן די טיפּן פֿלו װאָס קענען זײַן אָנװעזנט און זענען מעגלעך אַנדערש פֿון די װאָס זענען געװען אין צירקולאַציע

פֿאַראַיאָרן. דערפֿאַר טאַקע רעקאָמענדירן מיר שטאַרק אַז אַפֿילו אױב איר זענט װאַקצינירט געװאָרן פֿאַראַיאָרן, זאָלט איר װידער װאַקצינירט װערן דאָס יאָר. אין צוגאָב קען די באַשיצונג

פֿון דעם פֿלו־װאַקצין דױערן נאָר זעקס חדשים בערך, דערפֿאַר זאָלט איר האָבן דעם פֿלו־װאַקצין יעדן פֿלו־סעזאָן.

צי װעל איך זײַן פֿאַרזיכערט װען איך גײ צו קריגן דעם פֿלו–װאַקצין אױב קאָװיד–19 איז נאָך אַלץ אין צירקולאַציע?

װי לאַנג קאָװיד־19 איז אין צירקולאַציע, װעלן פֿאַרזאָרגערס פֿון פֿלו־װאַקצינאַציע אָננעמען מיטלען כּדי איר זאָלט בלײַבן פֿאַרזיכערט. די אײַנגעשטעלטע װאָס גיבן דעם װאַקצין װעלן

טראָגן שוץ־אױסשטאַטונג כּדי צו באַשיצן סײַ אײַך, סײַ זיך אַלײן פֿון דעם װירוס. מען קען אױך באַשטימען גענױע צײַטן כּדי צו רעדוצירן די צאָל מענטשן אין די װאַרטצימערן, אָדער מען קען

אײַך בעטן איר זאָלט נישט קומען צו פֿרי.

איך מײן אַז איך האָב שױן געהאַט דעם פֿלו, צי דאַרף איך אַ װאַקצינאַציע?

יאָ. אַנדערע װירוסן קענען אָנמאַכן סימפּטאָמען װאָס זענען ענלעך צו פֿלו־סימפּטאָמען, אָדער איר האָט געקאָנט האָבן פֿלו, אָבער מחמת עס זענען פֿאַראַן מער װי אײן טיפּ פֿלו־װירוס, זאָלט איר פֿאָרט האָבן דעם װאַקצין אַפֿילו אױב איר מײנט אַז איר זענט שױן קראַנק

געװען מיט פֿלו.

װאָס װעגן מײַנע קינדער? צי דאַרפֿן זײ די װאַקצינאַציע?

אױב איר האָט אַ קינד װאָס איז עלטער פֿון זעקס חדשים און װאָס האָט אײנעם פֿון די צושטאַנדן איבערגערעכנט אױף זײַט 4, דאַרפֿן זײ יאָ האָבן אַ פֿלו־װאַקצינאַציע. די אַלע

קינדער האָבן מער שאַנסן צו װערן געפֿערלעך קראַנק אױב זײ כאַפּן איבער פֿלו, און עס קען אױך מאַכן זײער מעדיצינישן צושטאַנד ערגער.

רעדט מיט אײַער דאָקטער װעגן דעם צי אײַער קינד זאָל האָבן די פֿלו־װאַקצינאַציע אײדער דער פֿלו־סעזאָן הײבט זיך אָן.

דער פֿלו־װאַקצין װירקט נישט גוט אין פּיצל קינדער יִינגער פֿון זעקס חדשים אַלט, דערפֿאַר איז עס נישט רעקאָמענדירט. דערפֿאַר איז אַזױ װיכטיק אַז פֿרױען אין אַנדערע אומשטענדן זאָלן האָבן די װאַקצינאַציע - זײ קענען איבערגעבן עפּעס אַן אימוניטעט צו זײער קינד װאָס

װעט דאָס קינד באַשיצן במשך די ערשטע חדשים פֿון זײַן לעבן.

Page 8: עיצַאניצקַאװ 2020/21 רעטניװ · 2020. 9. 11. · 2020/21 רעטניװ– 3 – עיצַאניצקַאװ־ולֿפ יד ולֿפ םרוג זיא סָאװ ןוא .ןעגנול

די פֿלו־װאַקצינאַציע – 8 – װינטער 2020/21

עטלעכע אַנדערע גרופּעס קינדער װערן אױך אָנגעבאָטן די פֿלו־װאַקצינאַציע. דאָס איז כּדי זײ צו באַשיצן קעגן דער קרענק און צו העלפֿן רעדוצירן איר פֿאַרשפּרײטונג סײַ צו אַנדערע

קינדער, אַרײַנגערעכנט זײערע ברידער און שװעסטער, און פֿאַרשטײט זיך, סײַ זײערע טאַטע־מאַמעס און זײדע־באָבעס. דאָס װעט אײַך העלפֿן אױסצומײַדן נעמען אַ קראַנקנאורלױב צוליב דעם װאָס איר האָט פֿלו אָדער דאַרפֿט זיך זאָרגן פֿאַר אײַערע קינדער װאָס זענען קראַנק מיט

פֿלו.

די קינדער װאָס װערן אָנגעבאָטן דעם װאַקצין דאָס יאָר זענען׃

• קינדער װאָס זענען צװײ אָדער דרײַ יאָר אַלט דעם 31טן אױגוסט 2020

• קינדער אין דעם פּרײַמערי־שול־עלטער

• קינדער אין דעם עלטער פֿון דעם 7טן יאָר פֿון סעקאָנדערי־שול

קינדער װאָס זענען צװײ און דרײַ יאָר אַלט װעלן באַקומען די װאַקצינאַציע אין זײער אַלגעמײנער קליניק געװײנטלעך פֿון דער פּראַקטיק־נױרס )practice nurse(. כּמעט אַלע

קינדער אין דעם שול־עלטער װעלן באַקומען דעם װאַקצין אין דער שול. פֿאַרן רוב קינדער װעט דער װאַקצין געגעבן װערן אַלס אַן אײַנשפּריצונג אין יעדער נאָזלאָך. דאָס איז זײער אַ

שנעלע פּראָצעדור װאָס טוט גאָר נישט װײ.

פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע װעגן קינדער און פֿלו־װאַקצינאַציע, באַקוקט די אינפֿאָרמאַציע אױף .nhs.uk/child-flu װעבזײַט אױף-NHS דער

װעלכן סאָרט פֿלו–װאַקצין דאַרף איך האָבן?

עס זענען דאָ עטלעכע סאָרטן פֿלו־װאַקצין. מען װעט אײַך געבן דעם עפֿעקטיװסטן װאַקצין פֿאַר אײַך, אָנגעװיזן אױף אײַער עלטער, פֿון די פֿאָלגנדיקע׃

• קינדער װאָס זענען 2 ביז 17 יאָר אַלט װערן געגעבן אַ לעבעדיקן װאַקצין אַלס אַ נאָז־אײַנשפּריצונג. די לעבעדיקע װירוסן זענען אָפּגעשװאַכט געװאָרן, דערפֿאַר קען ער אײַך קײן

פֿלו נישט געבן.

• דערװאַקסענע װאָס זענען 18 ביז 64 יאָר אַלט װערן געגעבן אַ װאַקצין אַלס אַ שטאָך. עס איז אַן אומאַקטיװירטער װאַקצין װאָס אַנטהאַלט נישט קײן לעבעדיקע װירוסן און קען אײַך קײן פֿלו נישט געבן. עס זענען דאָ צו באַקומען פֿאַרשײדענע סאָרטן, געװאָנדן אין דעם װי

אַזױ זײ זענען אױסגעאַרבעט געװאָרן.

• דערװאַקסענע װאָס זענען 65 יאָר אַלט און עלטער װערן געגעבן אַ װאַקצין אַלס אַ שטאָך. עס איז אַן אומאַקטיװירטער װאַקצין װאָס אַנטהאַלט נישט קײן לעבעדיקע װירוסן און קען אײַך קײן פֿלו נישט געבן. געװײנטלעך װעט מען אײַך אָנבאָטן אַ װאַקצין װאָס אַנטהאַלט אַ

סובסטאַנץ װאָס העלפֿט די אימיון־סיסטעם צו שאַפֿן אַ שטאַרקערע רעאַקציע צו דעם װאַקצין. עס װערט אָנגעבאָטן צו מענטשן אין דער עלטער־גרופּע װײַל װען מען װערט

עלטער, רעאַגירט זײער אימיון־סיסטעם שװאַכער צו װאַקצינען.

Page 9: עיצַאניצקַאװ 2020/21 רעטניװ · 2020. 9. 11. · 2020/21 רעטניװ– 3 – עיצַאניצקַאװ־ולֿפ יד ולֿפ םרוג זיא סָאװ ןוא .ןעגנול

די פֿלו־װאַקצינאַציע – 9 – װינטער 2020/21

אױב אײַער קינד איז צװישן 6 חדשים און 2 יאָר אַלט און געפֿינט זיך אין אַ גרופּע פֿון הױכער ריזיקע פֿאַר פֿלו, װעט מען זײ אָנבאָטן דעם װאַקצין אַלס אַ שטאָך װײַל די נאָז־אײַנשפּריצונג

איז נישט דעלױבט פֿאַר קינדער װאָס זענען יִינגער פֿון צװײ יאָר.

אײניקע קינדער װאָס זענען עלטער פֿון צװײ יאָר װאָס געפֿינען זיך אין אַ גרופּע פֿון הױכער ריזיקע װעלן אױך דאַרפֿן דעם װאַקצין אַלס אַ שטאָך אױב די נאָז־אײַנשפּריצונג פּאַסט פֿאַר זײ

נישט צו.

קען מײַן קינד באַקומען דעם פֿלו–װאַקצין אין דער זעלבער צײַט װי אַנדערע קינדער–װאַקצינען?

יאָ. אײַער קינד קען באַקומען דעם פֿלו־װאַקצין אין דער זעלבער צײַט װי אַלע רוטין אַ קינדער־װאַקצינען. די װאַקצינאַציע קען געגעבן װערן אױב דאָס קינד האָט

מינערדיקע קראַנקײט װי אַ פֿאַרקילעכץ, אָבער קען אָפּגערוקט װערן אױב דאָס קינד האָט אַ קרענק װאָס איז גורם אַ פֿיבער.

צי זענען פֿאַראַן אַזעלכע װאָס זאָלן נישט האָבן די װאַקצינאַציע?

כּמעט יעדער אײנער קען האָבן דעם װאַקצין, אָבער איר זאָלט נישט װאַקצינירט װערן אױב איר האָט אַ מאָל

געהאַט אַן ערנסטע רעאַקציע צו דעם װאַקצין אָדער אַבי װעלכע פֿון זײַנע באַשטאַנדטײלן. אױב איר האָט אַן

אַלערגיע צו אײער אָדער האָט אַ מעדיצינישן צושטאַנד װאָס שװאַכט אָפּ אײַער אימיון־סיסטעם, איז מעגלעך אַז איר װעט

נישט קענען האָבן געװיסע סאָרטן פֿלו װאַקצין - פֿרעגט אײַער דאָקטער. אױב איר האָט אַ פֿיבער, איז מעגלעך אַז די װאַקצינאַציע

װעט פֿאַרהאַלטן װערן ביז איר װעט זיך פֿילן בעסער.

נישט אַלע פֿלו־ װאַקצינען

זענען פּאַסיק פֿאַר קינדער. ביטע מאַכט זיכער

אַז איר שמועסט דאָס איבער פֿריער מיט אײַער נױרס, דאָקטער אָדער

אַפּטײקער.

Page 10: עיצַאניצקַאװ 2020/21 רעטניװ · 2020. 9. 11. · 2020/21 רעטניװ– 3 – עיצַאניצקַאװ־ולֿפ יד ולֿפ םרוג זיא סָאװ ןוא .ןעגנול

די פֿלו־װאַקצינאַציע – 10 – װינטער 2020/21

װאָס װעגן מײַנע קינדער?

קינדער װעלן מעגלעך נישט קענען האָבן דעם נאָז־װאַקצין אױב זײ׃

• כאָרכלען אַצינד אָדער האָבן געכאָרכלט אין די לעצטע 72 שעה; זײ זאָלן געגעבן װערן אַ פּאַסיקן פֿלו־װאַקצין דורך אַ שטאָך כדי צו פֿאַרמײַדן אַ פֿאַרשפּעטיקונג אין באַשיצונג

• האָבן זיך גענײטיקט אין אינטענסיװער מעדיצינישער באַהאַנדלונג צוליב - אַסטמע אָדער

- אײער־אַלערגישן אַנאַפֿילאַקסיס

)עס איז רעקאָמענדירט אַז קינדער אין די דאָזיקע צװײ גרופּעס זאָלן זיך באַראַטן מיט זײער ספּעציאַליסט און װעלן מעגלעך דאַרפֿן דעם נאָז־װאַקצין אין שפּיטאָל(

• האָבן אַ מעדיצינישן צושטאַנד אָדער קריגן אַ מעדיצינישע באַהאַנדלונג װאָס שװאַכט שטאַרק אָפּ זײער אימיון־סיסטעם, אָדער עס איז דאָ עמעצער אין זײער שטוב װאָס דאַרפֿט

איזאָלירונג װײַל די פּערזאָן איז שטאַרק אימונאָלאָגיש אָפּגעשװאַכט• האָבן אַן אַלערגיע צו אַבי װעלכע אַנדערע באַשטאַנדטײלן פֿון דעם װאַקצין1

אין צוגאָב, זאָלן קינדער װאָס זענען װאַקצינירט געװאָרן מיט דער נאָז־אײַנשפּריצונג פֿאַרמײַדן נאָנטן קאָנטאַקט מיט מענטשן מיט זײער שטאַרק אָפּגעשװאַכטער אימיון־סיסטעם במשך

אַרום צװײ װאָכן נאָך דער װאַקצינאַציע װײַל עס איז דאָ אַ גאָר קלײנער שאַנס אַז זײ קענען איבערכאַפּן דעם װאַקצין־װירוס.

צי אַנטהאַלט דער נאָז–װאַקצין זשעלאַטין װאָס שטאַמט פֿון חזירים )חזיר–זשעלאַטין(?

יאָ. דער נאָז־װאַקצין אַנטהאַלט אַ העכסט־פּראָצעסירטע פֿאָרעם פֿון זשעלאַטין )חזיר־זשעלאַטין(, װאָס איז גענוצט אין אַ סך נײטיקע מעדיקאַמענטן. דער זשעלאַטין העלפֿט צו

האַלטן די װאַקצין־װירוסן סטאַביל כּדי דער װאַקצין זאָל צושטעלן די בעסטע באַשיצונג קעגן פֿלו. דער נאָז־װאַקצין װערט געגעבן צו קינדער װײַל ער איז מער עפֿעקטיװ אין דער פּראָגראַם װי דער שטאָך־װאַקצין. דאָס איז מחמת דעם װאָס עס איז גרינגער אים צו געבן און עס װערט

גערעכנט אַז ער רעדוצירט בעסער די פֿאַרשפּרײטונג פֿון פֿלו צו אַנדערע װאָס זענען מעגלעך מער אױסגעשטעלט צו לײַדן קאָמפּליקאַציעס פֿון פֿלו.

אױב אײַער קינד האָט אָבער אַ הױכע ריזיקע פֿון פֿלו צוליב אײנעם אָדער מער מעדיצינישע צושטאַנדן אָדער באַהאַנדלונגען און קען נישט האָבן דעם נאָז־װאַקצין, דאַרף עס האָבן דעם פֿלו־װאַקצין דורך אַ שטאָך. עס זענען דאָ מענטשן װאָס װעלן נישט אָננעמען דעם באַנוץ פֿון

חזיר־זשעלאַטין אין קײן מעדיצינישע פּראָדוקטן. איר זאָלט דורכשמועסן ברירות מיט אײער נױרס אָדער דאָקטער.

]1[ זעט די װעבזײַט אױף www.medicines.org.uk/emc/product/3296/pil פֿאַר אַ רשימה פֿון די באַשטאַנדטײלן פֿון דעם װאַקצין

Page 11: עיצַאניצקַאװ 2020/21 רעטניװ · 2020. 9. 11. · 2020/21 רעטניװ– 3 – עיצַאניצקַאװ־ולֿפ יד ולֿפ םרוג זיא סָאװ ןוא .ןעגנול

די פֿלו־װאַקצינאַציע – 11 – װינטער 2020/21

צי װעל איך האָבן בײַעפֿעקטן?

בײַעפֿעקטן פֿון דעם נאָז־װאַקצין קענען אָפֿט אײַנשליסן אַ רינענדיקע אָדער פֿאַרשטאָפּטע נאָז, מידקײט און טײלװײַזער פֿאַרלוסט פֿון אַפּעטיט. די װאָס האָבן געהאַט דעם שטאָך־

װאַקצין קענען מעגלעך פֿילן װײטיק אין דעם אַרעם בײַם אָרט פֿונעם שטאָך, קריגן אַ נידעריקן פֿיבער און די מוסקלען קענען זײ װײ טאָן במשך אַ טאָג אָדער צװײ נאָך דער װאַקצינאַציע.

ערנסטע בײַעפֿעקטן מיט בײדע װאַקצינען זענען זעלטן.

צי װעט דער פֿלו–װאַקצין מיך אין גאַנצן באַשיצן?

מחמת דעם װאָס דער פֿלו־װירוס קען זיך ענדערן פֿון יאָר צו יאָר, איז תמיד פֿאַראַן אַ ריזיקע אַז דער װאַקצין װעט זיך נישט צופּאַסן צום אַרומדרײענדיקן װירוס. במשך די לעצטע צען יאָר

האָט דער װאַקצין אין אַלגעמײן גוט צוגעפּאַסט צו די אַרומדרײענדיקע טיפּן.

װי לאַנג װעל איך באַשיצט זײַן?

דער װאַקצין זאָל צושטעלן באַשיצונג דורכאױס דעם יעצטיקן פֿלו־סעזאָן.

װאָס דאַרף איך יעצט טאָן?

אױב איר געהערט צו אײנער פֿון די גרופּעס װאָס װערן דערמאָנט אין דעם ביכל, איז װיכטיק אַז איר זאָלט באַקומען די פֿלו װאַקצינאַציע.

רעדט מיט אײַער דאָקטער אָדער פּראַקטיק־נױרס, אָדער אַנדערש מיט אײַער אָרטיקן אַפּטײקער, כּדי צו באַשטימען דעם טאָג און צײַט פֿון װאַקצינאַציע און באַקומען די בעסטע

באַשיצונג װאָס איז נאָר מעגלעך. פֿרױען אין אַנדערע אומשטענדן קענען מעגלעך אױך קריגן דעם װאַקצין דורך מוטערשאַפֿט־באַדינונגען. דער פֿלו־װאַקצין איז אומזיסט. דערפֿאַר

באַשטימט דעם טאָג און צײַט צו קריגן דעם װאַקצין.

אָרגאַניזאַציעס װאָס װילן באַשיצן זײערע אײַנגעשטעלטע קעגן פֿלו )סײַדן זײ זענען אין אַ ריזיקע־גרופּע( װעלן דאַרפֿן אײַנאָרדענען אַז די װאַקצינאַציעס זאָלן געגעבן װערן דורך זײערע פֿאַך־געזונטהײט־אָפּטײלונגען. די װאַקצינאַציעס זענען נישט אײַנגעשלאָסן אין דער NHS און

דער אַרבעט־געבער װעט דאַרפֿן פֿאַר זײ באַצאָלן.

אױב איר זענט אַ פֿראָנטליניע געזונטהײט אָדער סאָציאַלע באַזאָרגונג אַרבעטער, װערט געװאױר װעלכע מיטלען זענען גענומען געװאָרן אױף אײַער אַרבעטפּלאַץ פֿאַר צושטעלן פֿלו־װאַקצינאַציעס. עס איז װיכטיק אַז איר זאָלט באַשיצט װערן.

Page 12: עיצַאניצקַאװ 2020/21 רעטניװ · 2020. 9. 11. · 2020/21 רעטניװ– 3 – עיצַאניצקַאװ־ולֿפ יד ולֿפ םרוג זיא סָאװ ןוא .ןעגנול

די פֿלו־װאַקצינאַציע – 12 – װינטער 2020/21

קיצור פֿון די פֿאַר װעמען מען רעקאָמענדירט צו קריגן דעם פֿלו–װאַקצין

Crown copyright 2020 ©3079111D1 1p 800k JUL 2020 )APS(

צוטריט־נומער פֿון Public Health England איז 2020106

אױב איר װילט באַשטעלן מער קאָפּיעס פֿון דעם ביכל, ביטע נוצט דעם

פּראָדוקט־קאָד׃ 3079111D1 פֿון [email protected]

• אַלע מענטשן װאָס זענען 65 יאָר אַלט אָדער עלטער

• אַלע מענטשן װאָס זענען יִינגער פֿון 65 יאָר אַלט װאָס האָבן אַ מעדיצינישן צושטאַנד אױסגערעכנט אױף זײַט 4, אַרײַנגערעכנט קינדער און עופֿעלעך

װאָס זענען עלטער פֿון 6 חדשים

• אַלע פֿרױען אין אַנדערע אומשטענדן, אַבי װען אין דער שװאַנגערשאַפֿט

• אַלע קינדער װאָס זענען צװײ און דרײַ יאָר אַלט )בתנאי אַז זײ זענען געװען צװײ אָדער דרײַ יאָר אַלט

דעם 31טן אױגוסט פֿון דעם יעצטיקן פֿלו־סעזאָן(

• אַלע קינדער אין פּרײַמערי שול

• אַלע קינדער אין דעם עלטער פֿון דעם 7טן יאָר פֿון סעקאָנדערי־שול

• אַלע די װאָס װאױנען אין אַ רעזידענץ־הײם אָדער מושב־זקנים

• אַלע די װאָס זאָרגן זיך פֿאַר אַן עלטערער פּערזאָן אָדער אַ פּערזאָן מיט באַגרעניצונגען

• הױזגעזינד־קאָנטאַקטן פֿון עמעצן װאָס איז אױף דער NHS רשימה פֿון באַשיצטע פּאַציענטן

• אַלע פֿראָנטליניע געזונטהײט און סאָציאַלע באַזאָרגונג אַרבעטערס

פֿאַר עצות און אינפֿאָרמאַציע װעגן דער פֿלו־װאַקצינאַציע, רעדט מיט אײַער דאָקטער, פּראַקטיק־נױרס אָדער אַפּטײקער.

מער מענטשן װעלן אָנגעבאָטן װערן דעם אומזיסטן פֿלו־װאַקצין שפּעטער .nhs.uk/fluvaccine אין האַרבסט. געװאױר צו װערן צי איר זענט באַרעכטיקט, גײט צו

עס איז בעסער צו קריגן די פֿלו–װאַקצינאַציע אין האַרבסט פֿאַר פֿלו–אױסבראָכן. געדענקט אַז איר װעט זי דאַרפֿן יעדעס יאָר, דעריבער מײנט נישט אַז

איר זענט באַשיצט װײַל איר זענט װאַקצינירט געװאָרן פֿאַראַיאָרן.